איבער אונז

עסק איז געגרינדעט געווארן אויסצוהעלפן היימישע ביזנעסלייט און ארבעטער מיט הילף און אינפארמאציע איבער אלעס ארום ביזנעס און פינאנץ און וויכטיגע ידיעות וואס ס'פאדערט זיך פאר א חסידישן היימישן סאטמארער יונגערמאן צו קענען מצליח זיין אין מסחר אויף א תורה'דיגן, ערליכן און סוקסעספולן וועג.

עסק שטעלט צו א ברייטע פלאטפארמע פון לעקציעס, שיעורים און קורסן ארום בודזשעטינג, פינאנץ און לעגאלע ראט, אינפארמאטיווע פאנעלן איבער ריעל עסטעיט, מארגעדזשעס והמסתעף,און נאך פילע טעמעס וואו אווערנעס און אויפמערקזאמקייט קען זיין בייהילפיג. אויך האבן מיר א ריזיגע הלכה'דיגע שיעורים וואס זענען נוגע די ארבעט ווי הלכות חושן משפט, הלכות ריבית, הלכות יחוד, השפקה שמועסן ארום אמונה ובטחון אין ביזנעס, און פיל נאך.

עסק העלפט ארויס מיט רעקרוטינג פאר היימישע ארבעטס-געבער צו טרעפן געלונגענע און ערפארענע ארבעטער, אזוי אויך פאר ארבעט-זוכער צוצופאסן גוטע פאזיציעס געאייגנט צו זיין טאלאנט און קוואליפיקאציעס.

אונזער ריזיגער ביזנעס דירעקטארי דינט ווי א ווירטועלע מארקעט-פלאץ פאר היימישע ביזנעסער און סערוויס פראוויידערס וואו ארויסצושטעלן קאנטאקט אינפארמאציע אז היימישע אידן זאלן קענען טון מסחר איינער מיט'ן אנדערן און דערמיט מקיים זיין דעם "וחי אחיך עמך".

אונזער קאנסולטאציע סערוויסעס שענקט אומזיסטע ביזנעס יעוץ און ראט און די געלעגנהייט זיך דורכצושמועסן מיט ערפארענע און סוקסעספולע ביזנעסלייט וועלכע האבן יארן לאנג עקספיריענס אין מסחר וועלכע וועלן בעז"ה שענקען קלארקייט און סטראטעגידע פאר ווייטערדיגע סוקסעס אין ביזנעס בעז"ה.

אונזער ציל איז שטאנדהאפטיג און קלאר, צו שטיין צו דער הילף פאר יעדן סאטמארער איד אדער ביזנעס אייגנטימער, ארויסצוהעלפן זיין פרנסה און מסחר מיט אלעם וואס נאר שייך אז ער זאל קענען וואקסן און בליען, ווי דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט, אז א איד'ס פרנסה איז אויך עבודת ה'.