דאונלאודט די עסק אפ

היימישע ביזנעס
און פינאנץ וועלט

א וועלט פון ביזנעס. א וועלט פון אינפארמאציע
עסק

אונזער ציל: ארויסצוהעלפן היימישע ביזנעסלייט און ארבעטער מיט הילף און אינפארמאציע איבער אלעס ארום

ביזנעס און פינאנץ

טרעפן ארבעט און ארבעטער, בודזשעטינג, פינאנץ און לעגאלע ראט, הלכה'דיגע יעוץ, א ווירטועלע מארקעט-פלאץ וואו היימישע ביזנעסער זאלן האנדלען און מקיים זיין דעם "וחי אחיך עמך"

און אלעס וואס קען העלפן סאטמארער ביזנעסער וואקסן און בליען בס"ד, ווי דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט, אז א איד'ס פרנסה איז אויך עבודת ה'.

כאפ דאס עסק

אפט געפרעגטע פראגעס ארום עסק און אירע סערוויסעס

א מיסיע ארויסצוהעלפן היימישע סאטמארער אנשי שלומינו מיט ביזנעס און פרנסה אנגעלעגנהייטן; דאס רעכנט אריין צושטעלן א פלאטפארמע וואס זאל דינען ווי א דירעקטארי פאר אלע היימישע ביזנעסער אז אנ"ש זאלן קענען זיך שטיצן איינער דעם אנדערן; א ריזיגע קוואל פון אינפארמאציע אין פארעם פון קורסן און לעקציעס איבער כל ערליי ביזנעס און פינאנציעלע טעמעס; פריוואטע אפוינטמענטס פאר פינאנציעלע און לעגאלע ראט וועלכער וועט צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט אזוי אויך קאנסאלטינג און סטראטעגיע פון בארימטע היימישע ביזנעס עקספערטן אלעס פאר קיין שום קאסטן. ועל כולם זענען די קריטישע דזשאבס פארמיטלונג און רעקרוטינג סערוויסעס, סיי פאר יונגעלייט וועלכע זוכן א פאסיגע פאזיציע און סיי פאר ביזנעסער און ביזנעס אייגנטימער וואס זוכן היימישע געלונגענע ארבעטער.

דאס איז אן איניציאטיווע דורך קהל יטב לב דסאטמאר מיט באזונדערע גבאים אין אלע היימישע געגנטער ווי אנ"ש זענען קווארטירט.

אלע סערוויסעס ווערן צוגעשטעלט בחינם אין כסף אן קיין שום קאסטן אריינגערעכנט די ווערטפולע קאנסאלטינג דורך די גרעסטע פראפעסיאנאלן אין דער אינדוסטריע און די דזשאב רעקרוטונג סערוויסעס אהערצושטעלן ארבעט און ארבעטער פאר ביזנעסער וואס זוכן טאלאנטפולע איינגעשטעלטע.

פאלגט נאך די אנווייזונגען אויפ'ן וועבזייטל. טאמער זוכט איר א דזשאב קענט איר ארויספרינטן אן אפליקאציע דא אויפ'ן וועבזייטל און אן עסק רעפרעזענטאטיוו פון אייער שול וועט זיך מיט אייך פערזענליך פארבינדן פאר א זיצונג. צו באשטעלן א קאנסאלטינג אפוינטמענט פילט אויס די אפליקאציע דא אויפ'ן וועבזייטל און אן עסק רעפרעזענטאטיוו וועט אייך אריינרופן באשטימען אן אפוינטמענט. אלע אנדערע סערוויסעס ווי די און די דאטא באזע פון קורסן געפינט זיך אויפ'ן וועבזייטל.

א געווענליכע קאנסאלטינג אוידיענץ באשטייט פון צוויי אפוינטמענטס, פינף און פערציג מינוט פער זיצונג. אויב פאדערט זיך לאנגטערמיניגע באגלייטונג וועט מען עס באזונדער דארפן פארלאנגען.

די בענעפיטן זענען פילפאכיג. די ביזנעס ליסט וועט בעז"ה דינען ווי א פולקאמע דירעקטארי און מארקעט פלאץ פאר אלע סאטמארער ביזנעסער אויף איין פלאץ. ווען אימער א היימישער יונגערמאן מאנ"ש וועט זוכן סיי וועלכער סארט סערוויס פראוויידער וועט ער האבן א ליסטע פון אלע היימישע ביזנעסער צו דער האנט. אונטערשטע שורה, אויסער די אומזיסטע אדווערטייזינג וועט די סאטמארער ביזנעס ליסטינג דינען ווי א נעטווארק פאר אלע סאטמארער ביזנעסער.

אלעס וואס האט א שייכות מיט די טעמעס פון ביזנעס און פינאנץ, אזוי אויך די הלכה'דיגע אספעקטן וואס קומען אריין אין ביזנעס א שטייגער, ווי דיני חושן משפט, ריבית, יחוד אא"וו. באזונדער וועט ווערן פארעפנטליכט אויף דער עסק פלאטפארמע רעקארדירונגען פון אלע ביזנעס אסיפות, קאנפערענצן, דרשות און ניטל פראגראמען וואס ווערט צוגעשטעלט פאר אנשי שלומינו אדער פארגעלערנט אין אונזערע בתי מדרשים.

זייער פשוט, סובסקרייבט צו באקומען אן אימעיל פאר די כסדר'דיגע פרישע אפדעיטס אויף אימעיל

זיכער אזוי, עס איז אייער עסק און מיר זענען דא צו הערן פון אייך. שיקט אן אימעיל צו info@eisek.com